

שאַפּיראַ, שירי | די צוקונפֿט: דערצײלונגען
80.00 ₪
די צוקונפֿט: דערצײלונגען | שירי שאַפּיראַ
פּראָזע / ייִדיש / ה. לייוויק־פֿאַרלאַג / 2025 / 139 זײַטלעך
אַן ערשטלינג פֿון שירי שאַפּיראַ, אַ געבוירענע אין ישׂראל, וואָס געהערט צום ייִנגערן דור ייִדישע שרײַבערינס. אַ פּאָרפֿאָלק גיט זײַן טאָכטער אַ פֿרעמדן נאָמען כּדי איר צו פֿאַרגרינגערן אַ מעגלעכע עמיגראַציע; אַ יונג מיידל קוקט אַרויס אויפֿן נײַעם מילעניום; אַ משפּחה וויל פֿאַרזיכערן דעם זיידנס ירושה דורך אַן אומלעגאַלן באַזוך אין מושבֿ־זקנים בשעת אַ מגפֿה; אַ העברעיִשע שרײַבערין באַקענט זיך מיט אַן איין־און־איינציקן העברעיִשן לייענער – "די צוקונפֿט" נעמט אַרײַן זיבן דערציילונגען און איין קאַפּיטל זכרונות, אַלע אין שײַכות מיטן לעבן אין מדינת־ישׂראל אינעם איין־און־צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און מיטן פּריקרע קוק פֿאָרויס. הילע־דיזײַן: לימור שמעון
העתיד: סיפורים | שירי שפירא
פרוזה / יידיש / הוצאת ה. לייוויק / 2025 / 139 עמודים
ספר הביכורים של שירי שפירא, ילידת הארץ, השייכת לדור הצעיר של סופרות יידיש. זוג מעניק לבתו שם לועזי כדי להקל על הגירה עתידית; נערה צעירה מביטה בציפייה אל המילניום החדש; משפחה עוברת על החוק בעת מגפה ומבקרת בבית אבות בניסיון להבטיח את הירושה; סופרת עברית מתוודעת לקורא יחיד במינו – "העתיד" הוא קובץ של שבעה סיפורים ופרק זיכרונות אחד, כולם עוסקים בחיים במדינת ישראל במאה ה־21, ובמבט השברירי קדימה. עיצוב העטיפה: לימור שמעון
כמות
