Depictions of Industrial Utopia: Monumental Soviet Yiddish Art, 1922-1937


Time & Location
Feb 10, 2026, 6:00 PM – 7:30 PM
ZOOM
About the event
שילדערונגען פֿון אינדוסטריעלער אוטאָפּיע: די מאָנומענטאַלע עסטעטיק פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קונסט און פּאָעזיע: 1922־1937
דר. רוי גינסבערג
אינעם רעפֿעראַט װעט רוי רעדן װעגן זײַן פֿאָרשונג, װאָס אַנאַליזירט די עסטעטישע עװאָלוציע פֿון ייִדישער פּאָעזיע און שילדערונג־קונסט בשעת די ערשטע יאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. רוי װעט אַנאַליזירן װערקן פֿונעם שרײַבער פּרץ מאַרקיש און סקולפּטאָר יוסף טשײַקאָװ כּדי צו דעמאָנסטרירן װי די צװײ מיטגלידער פֿון דער אַװאַנגאַרדישער קולטור־ליגע האָבן אומגעאַנדערשט די טעמאַטישע און פֿאָרמאַלע עלעמענטן פֿון זײערע װערקן צו אופֿקלערן דעם פּראָצעס פֿון סאָװעטישער אינדוסטריעליזאַציע פֿאַר דעם ברײטן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. רוי װעט אַנאַליזירן די פּאָעזיע פֿון מאַרקיש בײַ גלײַך מיטן סקולפּטור פֿונ טשײַקאָװ צו דעמאָנסטרירן װי אַזוי דער ייִדיש פּאָעט האָט געניצט דער װערסיפֿיקאַציע כּדי צו אומאַנדערשן די אַקוסטישע און װיזועלע עלעמענטן פֿון זײַנע טעקסטן צו באַשאַפֿן ליטעראַרישע װערקן, װאָס ראָטן אַרײַן אין די מאָנומענטאַלע סטרוקטורן פֿון דער מענטשישער געשיקטע, פֿונעם מגדל בבל קײן די פֿאַבריקן אין דער אוראַל.
רוי גינסבערג איז דער יונה…
Schedule
1 hourשילדערונגען פֿון אינדוסטריעלער אוטאָפּיע: די מאָנומענטאַלע עסטעטיק פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קונסט און פּאָעזיע: 1922־1937
